יורם טהרלב

מקאמות / מקאמה לחיים חפר


חיים חפר חיים פיינער
אזא פאעט ס'איז דא נאר איינער
גענומען יעצט די פרס ישראל
און מיר עסן נאר די ביינער.
זאג מיר חיים, זיי נישט פארשעמט:
ווי קריגט מען די פרס -
מ'כאפט צו מ'נעמט?

איך דארף דיר זאגן דעם עמעס
כ'האב דיין לידער זייער שטארק
אבער פארוואס, אין יום העצמאות,
פון יעדן פענצטער און יעדן פארק
דארף זיי שרייען ביז דאס הימל
פון גלי צהל ביז גל גימל?
דיינע פיג'אנען און דיינע צ'יזבאטן
און אלע לידער פון די סאלדאטן
און ספעציעל "היו זמנים" - ס'איז געווען צאטן.

און דיינע טרויעריק לידער איך קען נישט מער הערן
ס'ברענגט מיר שמערצן, איך ליג מיט טרערן
אין די יום הזכרון, די טאג פון געדענק
איך דארף דיין לידער ווי א קרענק.

אבער די לעבעדיקע לידער, זיי זייער ויכטיג,
זיי מאכן מיינע נעכטן - ליכטיג,
די "אח איזה יום יפה" און "לחיי העם הזה"
און די פעדאגאגישע ליד "היא לובשת כבר את זה".
(זאל אונזערע יונגע מיידלאך הערן דאס אויס
אין היינטיקע טעג, ווען דאס פאלט ארויס).

און איך וויל ענדיקן מיט די גועל נפש,
דאס פרס ישראלדיקע מאקאמה
מיט איין וויכטיקע פראגע: כמה?

לכן, זאלסטו זיין געזונט חיים חפר
ואנחנו לרגליך עפר ואפר.