יורם טהרלב

מקאמות / מקאמה לשאול ביבר (באידיש)


א ליד צו רב שאול ביבר צו זיין זעכציקער יארצייט

שאול ביבר שאול ביבר
ער נאך מאכצאך אויס א גיבער
טאנצט און טרינקט און זינגט און שרייב
און גייט אין גאס מיט זיין יונגע ווייב.

זעכציק יאר איז נישט קיין לאך
גענוג רב ייד, אראפ פון דאך
ווען דו קומסט צו זעכציק (און א ביסל נאך)
איינע פוס איז שוין אין די לאך.

סאיז געשריבן: בן שישים לעייצה
און ער - נאר יעצט געקראכן פון די בייצה
לעבט ער אויס ווי א ציגיינער
און שמייכלט מיט זיין פלסטיק ציינער.

זייט א מענטש רב שאול, היינט,
ווי דיין אלע אלטע פריינט
די לעבן שאול איז נישט א וויץ
און זיי מיר געזונט
פון דיין קאפ ביז דיין שפיץ.

וכעת, אחרי עשרים ואחת שנים, כמעט הכל נשאר כמו שהיה, אבל הוספתי כמה שורות לעידכון.

א ליד צו רב שאול ביבר צו זיין אכציקער יארצייט

שאול ביבר שאול ביבר
ער געבליבן די זעלבע גיבער
שארף ווי א מעסער און מבין כל דיבר
און זיין חכמה גיסט זיך אריבער
ווי נייע וואסער פון א שיבער.
ער טאנצט נישט אזוי פיל אבער לויפט מכאן לשמה
פארלוירן זיין וייב און געפינען נחמה.

זייט א מענטש רב שאול, היינט,
זע ווו ליגן דיין אלטע פריינט
די לעבן שאול איז נישט קיין געלעכטער
מאך גוט לעבן מיט דיין אייניקלאך און דיין טעכטער
גיי וייטער און וייטער מיט דיין שוונג
זיי נישט קיין גראבער אבער בלייב א יונג.